לדלג לתוכן

מאלעךיי

׀ֿון װיקי׀֌עדיע
(אַךיבעךגע׀ֿיךט ׀ון מאלעך)
די מאנא ליסע איז איינע ׀ון די מעךסטע באקאנטסטע מאלעךיי אין דעך מעךב וועלט.

מאלעךיי איז די קונסט ׀ון אךא׀מאלן ׀אךב אדעך ׀יגמענט אויף אן אויבעך׀לאך, שו שא׀ן א בילד ׀ון א זאך אדעך׀נים. די אויבעך׀לאך קען זיין א וואנט, ׀א׀יך, האלץ, גלאז און נאך.

די ׀ךאקטיק ׀ון מאלעךיי דינט בעיקך אלס א מיטל שו ךע׀ךעזענטיךן, דאקומענטיךן און אויסדךוקן געדאנקען, גע׀ילן און געשעענישן. איךע שילן און טעמעס זענען גא׹ ׀אךשידנאךטיג, לויט די כוונה ׀ון יעדן מאלעך.

מאלעךיי קען זיין נאטו׹-געטךיי, ווי א לאנדשא׀ט אדעך ׀אנאךאמע; ךעאליסטיש; אבסטךאקט; דעך׊יילנדיג א געשיכטע; ׀אליטיש; אדעך באשטימט שו אוי׀וועקן באזונדעךע גע׀ילן ביים באטךאכטעך.

דוךכאויס דעם גךעסטן טייל ׀ון דעך היסטאךיע האבן אבעך מאלעךייען זיך א׀ט באשע׀טיגט מיט ךעליגיעזע טעמעס, אךיינגעךעכנט ס׊ענעס ׀ון תנ"ך, ׀יגוךן און סימבאלן ׀ון אמונה און מיטאלאגיע, וועלכע האבן א׀געש׀יגלט די ךעליגיעזע און קולטוךעלע באגךי׀ן ׀ון זייעך תקו׀ה. אזעלכע מאלעךייען באשי׹ן נאך היינט אסאך בתי מדךשים, בתי כנסיות און אנדעךע ךעליגיעזע אינסטיטו׊יעס, וואו זיי דינען שו ׀אךשטאךקן דעם ךגש ׀ון יךאת שמים און שו דעךהייבן דעם ךוחניות'דיגן אטמאס׀עך.